דאס איז IVO

דער אינספעקטאראט פאר העלטהקעיר און סאציאלע סערוויסעס (IVO) איז א רעגירונגס אויטאריטעט וואס טוט אויפזיכטן העלטהקעיר און די באהאנדלונג פון די דיסעבלד דורך די סאציאלע סערוויסעס אין שוועדן.

איז פון גוטע קוואליטעט, און איז אין איינקלאנג מיט די געזעץ און רעגולאציעס.

:מיר אויפזיכטן

העלטה קעיר -

 מעדעצינישע פערסאנעל -

באהאנדלונג פון די דיסעבלד דורך די סאציאלע סערוויסעס -

(LSS) אקטיווטעטן אונטער די געזעץ פאר די פונקציענאל-באגרעניצטע - 

מיר געבן אויך ארויס פערמיטן פאר אקטיווטעטן אין סאציאלע סערוויסעס,

.און געוויסע סארטן מעדעצינישע קעיר LSS

וויאזוי דער אינספעקטאראט פאר העלטהקעיר און סאציאלע סערוויסעס ארבעט

 א יעדע יאר באהאנדלען מיר 20,000 אויפזיכט פעלער, און נעמען אונטער ארום 3,300 אונטערזיכונגען. א אונטערזיכונג קען זיין סיי פון-פאראויס-געמאלדן אדער אומגעמאלדן, און איז אויף אונזער פארלאנג אדער אלס רעזולטאט פון א באקלאגעניש.

פאר קינדער און ערוואקסענע

 www.ivo.se  וועט איר טרעפן אינפארמאציע איבער טעמעס אזוי ווי רעכטן פון קינדער און ערוואקסענע וועלכע זענען אין רעזינדענט אדער באהאנדלונגס אינסטיטוציעס (HVB) אדער יוגנט היימען. עס איז אויך דא אינפארמאציע פאר עלטערן וואס האבן פראגעס איבער דעם.

זיך באקלאגן איבער באהאנדלונג

 מיר נעמען אן באקלאגענישן איבער העלטהקעיר און באהאנדלונג פון די דיסעבלד דורך די סאציאלע סערוויסעס. לייענט נאך אויף אונזער וועבזייטל איבער וויאזוי מיר באהאנדלען באקלאגענישן און קאמענטארן. מיר האבן אויך אינפארמאציע אויף אנדערע ארגעניזאציעס מיט וועם איר קענט זיך פארבינדן אויב זענט איר נישט צופרידן מיט די באהאנדלונג וואס איר אדער א נאנטער באקומט.

 איר קענט אונז אויך בעטן צו פארניכטן אינפארמאציע אין פאציענט רעקארדס.

אונזער ציהל איז א בעסערע און מער זיכערע באהאנדלונג

מיר ווילן נאכאנאנד מאכן א בעסערע און מער זיכערע באהאנדלונג. מיר טוען דאס דורך פארשטעלן די רעזולטאטן פון אונזער אויפזיכט צו באהאנדלונג פארזארגער (אויטאריטעטן וואס זענען פאראנטווארטליך פאר באהאנדלונג). מיר טוען אויך זאמלען די עקספיריענס און מיינונג פון באנוצער און פאציענטן. מיר שטעלן פאר די רעזולטאטן ביי מיטינגען און וועבמינארס ווי אויך אויף אונזער וועבזייטל.

ווען העלטהקעיר פערסאנעל זעען פראבלעמען אדער עקסידענטן ביי די ארבעט, זאלן זיי שיקן א באריכט צו אונז (די געזעצן דא זענען "לעקס מאריא" פאר העלטהקעיר און "לעקס סערע" פאר די באהאנדלונג פון די דיסעבלד).

? געבןIVO וועלכע פערמיטן טוט

 מיר מאכן באשלוסן איבער ארום 2,500 פערמיטן א יאר. פערמיטן זענען פארלאנג אנצופירן געוויסע סארטן אקטיווטעטן, אזויווי פארזארגן פערזענליכע הילף און אנפירן באהאנדלונגס היימען פאר קינדער און ערוואקסענעץ מיר געבן זיך אויך אפ מיט די רעקארדס פארבינדן מיט די אקטיווטעטן.

ארגעניזאציע

IVO האט ארום 700 ארבייטער, פון זיי זענען 450 אינספעקטאר. IVO האט זעקס ראיאנאלע אפיסעס: יומיאו,ערעברא, שטאקהאלם,יערשעפרינג, יערטעבארי און מאלמאר. איר קענט טרעפן זייער קאנטאקט אינפארמאציע אויף אונזער וועבזייטל. אויב זענט איר נישט זיכער וועלכע אפיס איר זאלט זיך פארבינדן, פארבינט זיך מיט אונזער סוויטשבאורד (50 00 010-788) מיר אייערע פראגעס.

אונזער ארבעט ווערט פינאנצירט דורך די רעגירונג (סאציאלע מיניסטעריום) און אונזער יערליכע בודזשעט איז ארום 635 מיליאן קראנער.

איר זענט עמפאנגען זיך צו פארבינדן מיט אונז

 איר קענט זיך פארבינדן מיט אויף פארשידענע וועגן.

טעלעפאן:00 010-788 50

registrator@ivo.se :אימעיל

 ביי www.ivo.se וועט איר טרעפן מער אינפארמאציע (אין שוועדן) און אדרעסן פאר אפיסעס וועלכע באהאנדלען ספעציפישע זאכן אזויווי רעקארדס און סטאטיסטיקס. 

אין שוועדן, האבן רעגירונגס אגענטורן און אנדערע האבן א ספעציעלע פאראנטווארטליכקייט צו באשיצן און מוטיגן שטים-שפראך און די נאציאנאלע מיניאריטעט שפראכן: פיניש, סעמי, אידיש, מיענקילי און ראמעני טשיב. איר וועט טרעפן מער אינפארמאציע איבער דעם אויף די שטאקהאלם קאונטי אדמיניסטראציע וועבזייטל: Nationella minoriteter och minoritetsspråk (Länsstyrelsen).

Senast uppdaterad 2023-06-07